וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געשיקט א בודזשעט פארשלאג צו קאנגרעס, אין ווערד פון מער ווי פיר טריליאן דאלער. דער בודזשעט פארשלאג שניידט ארום דריי טריליאן דאלער פון פילע הילפס פראגראמען, אריינגערעכנט פוד סטעמפס און מעדיקעיד, אין לויף פון די נעקסטע צען יאר, און פארשטארקערט די שפענדונג אויף מיליטער און נאציאנאלע זיכערהייט. עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן סימבאליש פובליצירט בילדער וויאזוי זיי ווארפן אריין דעם דיקן בודזשעט ביכל אין מיסט קאסטענעס, אבער ווי מען הערט, האט דער בודזשעט פארשלאג ניטאמאל גענוג שטיצע ביי די רעפובליקאנער און עס ווערט באטראכט מער ווי סתם א וויץ. דער סטאק מארקעט האט אבער יא פאזיטיוו רעאגירט, וויבאלד עס איז געווען א בודזשעט פארשלאג וואס זיי האבן געהאט ערווארטעט פון טראמפ, אן קיין  איבערראשונגען פאר וואל סטריט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל