לאס אנדזשעלעס - א קאליפארניער איינוואוינער וואב ארבייט אין באואינג האט זיך דערקלערט שולדיג אויף קלאגעס אז ער האט פרובירט צו פארקויפן פאר די רוסישע רעגירונג אמעריקאנער סאטעלייט סודות. דער פארשוין גרעגארי אלען דזשאסטיס איז שוין ארעסטירט געווארן פאראיאר זומער נאכדעם וואס די עף בי איי האט אויפגעדעקט אז ער וויל פארקויפן סודות פאר די רוסן, און דזשאסטיס האט זיך פארבינדן מיט אן עף בי איי אינפארמאנט וועמען ער האט געמיינט אז יענער איז א רוסישער אגענט. דער עף בי איי אינפארמאנט האט געצאלט געלט פאר דזשאסטיס, און ער האט געמיינט אז ער האט באקומען געלט פון די רוסישע רעגירונג און איז גרייט געווען איבערצוגעבן די סודות. עס ערווארט אים א מאקסימום פון 35 יאר אין פעדעראלע טורמע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל