וואשינגטאן – די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט נעכטן פובליצירט ציפערן וועלכע צייגן אז די צאל מענטשן וועלכע האבן זיך געפונען אפיציעל אלס אומלעגאלע אימיגראנטן אין אמעריקע איז פאראיאר געשטיגן, אלס רעזולטאט פון דעם וואס גאר אסאך אויסלענדישע זענען פארבליבן אין לאנד לענגער ווי זייערע וויזאס האבן זיי ערלויבט. אלעס אינאיינעם זענען 740 טויזנט אויסלענדישע פארבליבן לענגער ווי זייערע וויזאס, וואס א גרויסע פראצענט פון זיי זענען געווען סטודענטן פון אנדערע לענדער וואס קומען שטודירן אין אמעריקאנער יוניווערסיטיס אלס טייל פונעם ״סטודענטן אויסטויש״ פראגראם. דאס מערסטע האבן בירגער פון כינע פארלעצט זייערע וויזא טערמינען, דערנאך פון סאודי אראביע, סאוט קארעא, אינדיע און בראזיל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל