מאנהעטן – די ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע האבן געמאלדן אז זיי האבן פארשטארקערט זיכערהייט מאסנאמען לענגאויס דער גאנצער שטאט, אלס רעאקציע צו דער שרעקליכער טעראר אטאקע וואס האט פאסירט מאנטאג נאכט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד. פאליציי ווארטזאגער פיטער דאנעלד האט אבער געזאגט אז די פארשטארקערטע מאסנאמען איז בלויז צו זיין מער וואכזאם, נישט ווייל עס איז דא סיי וועלכע אינפארמאציע אדער אנדייטונג איבער א ספעציפישן טעראר געפאר אויף ניו יארק סיטי. די פאליציי באאמטע זאגן אז ניו יארקער איינוואוינער זאלן זיך ריכטן, אז מ'וועט זען מער פאליציי אפיצירן מיט אויסגעשטרעקטע וואפנס ביי סאבוועי סטאנציעס און אנדערע פובליק ערטער, אבער מ'זאל זיך נישט שרעקן און מ'זאל ווייטער אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל