ניו יארק – אינעם נאנטן צוקונפט וועלן אלע עסנווארג טרעקלעך וואס פארקויפן עסן אין די ניו יארק סיטי גאסן זיין געצווינגען ארויסצושטעלן די צייכענונג וואס זיי באקומען פון די שטאטישע געזונטהייט אינספעקטארן. ביז היינט זענען בלויז רעסטוראנטן געבונדן לויטן געזעץ ארויסצושטעלן וועלכע "גרעיד" זיי האבן באקומען פון די אינספעקטארס, און יעדער רעסטוראנט האפט און זוכט שטענדיג אנצוהאלטן א סטאטוס אלס "עי", וואס באדייט דאס בעסטע. עסנווארג טרעקלעך גייען אויך אריבער אינספעקשאנס דורך די שטאטישע היגיענע און געזונטהייט באאמטע, אבער האבן ביז היינט געמעגט באהאלטן די רעזולטאטן. נעכטן האט דער געזונטהייט קאמיטע פונעם ניו יארק סיטי קאונסיל געשטימט צו באשטעטיגן א ניי געזעץ, וואס וועט פארלאנגען אז די טרעקלעך זאלן אויך מוזן ארויסשטעלן זייער "גרעיד". עס וועט אבער נאך דארפן באשטעטיגט ווערן דורכ'ן גאנצן סיטי קאונסיל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל