ניו יארק – "פרא-פובליקא" האט פובליצירט די רעזולטאטן פון א גרונטליכער אויספארשונג וואס זיי האבן דורכגעפירט אויף די ביזנעס אינוועסטמענטס און פירמעס פון דזשעראד קושנער, דער אידישער איידעם פון פרעזידענט טראמפ, און דער באריכט דעקט אויף היפש אומגעשמאקע דעטאלן פון קושנער'ס ריעל עסטעיט טאקטיקן, וויאזוי א ריעל עסטעיט מענעדזשמענט פירמע, וואס באלאנגט פאר אים, האט געפייניגט ארעמע טענענטס און אריינגעגעבן קלאגעס קעגן טענענטס שוין נאכדעם וואס זיי האבן זיך געהאט ארויסגעצויגן פון די דירות. די אויספארשונג האט זיך בעיקר באצויגן אויף "דזשעי-קעי-2 וועסטמינסטער", א ריעל עסטעיט מענעדזשמענט פירמע אונטער דזשעראד קושנער, וועלכע פארוואלטעט איבער עטליכע גרויסע אפארטמענט געביידעס אין באלטימאר, און צווישן די פילע געשיכטעס איז א דערציילונג פון א פרוי וועלכע האט זיך ארויסגעצויגן פריצייטיג פון איר געליעסטער דירה, נישט קענענדיג זיך ערלויבן די רענט, און שפעטער ווען קושנער האט אפגעקויפט די געביידעס, איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע קעגן דער פרוי פאר די מאנאטן רענט וואס זי האט נישט געצאלט נאכ'ן זיך פריצייטיג ארויסציען. די פרוי איז דאן דיאגנאזירט געווארן מיט קענסער, ל"ע, און טראצדעם האט קושנער נישט צוריקגעצויגן פון די קלאגע, און עווענטועל האט א געריכט געאורטיילט אז די פרוי דארף צאלן 5 טויזנט דאלער. די פרוי וואס האט זיך אויפגעגעסן דערפון, איז געשטארבן 2 וואכן צוריק, און דער קעיס איז נאך אלץ אפן אין געריכט ביז היינט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל