ניו יארק – אן אינטערעסאנטער ארטיקל אינעם "ניו יארק טיימס" האט באהאנדלט דאס וואס רוב מענטשן האבן שוועריגקייטן ביים איינזען אז זיי זענען מיט עפעס נישט גערעכט געווען, ארויסצוקומען און זאגן קלאר "יא, איך בין נישט גערעכט געווען. כ'האב געטאן אדער געזאגט עפעס וואס כ'האב נישט געדארפט".

זיי ברענגען נאך פון עטליכע פּסיכאָלאָגן אז ווען א מענטש זעט איין אז ער איז מיט עפעס נישט געווען גערעכט, פאסירט אין מח א זאך וואס ווערט באצייכנט אלס "קאגניטיוו דיסאנענס", וואס באדייט "אנערקענונג אומבאקוועמליכקייט". א מענטש איז נאטורליך אויסגעשטעלט צו טראכטן "איך בין קלוג, איך מאך גוטע באשלוסן און איך וועל ח"ו קיינעם נישט וויי-טאן", און ווען אט די נאטורליכע מחשבה ווערט פלוצלינג באמבארדירט מיט די אנערקענונג פון "אופּס, כ'האב געמאכט א טעות, כ'בין נישט געווען גערעכט", שלאגן זיך ארום די צוויי מחשבות אין מח, און דער מענטש שפירט אז אויב גייט ער זאגן הויך, אז ער איז נישט געווען גערעכט, און ער גייט בעטן מחילה, גייט דאס אויטאמאטיש אפשוואכן זיין זעלבסט-ווירדע, ווייל די 2 קעגנזייטיגע מחשבות קענען נישט עקזיסטירן איינער מיט'ן צווייטן.

מיר אידן האבן אבער די מידה פון אנערקענען ווען מען האט עפעס געטאן אומריכטיג און צוריקדרייען. ומודה ועוזב ירוחם.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל