אין די לעצטע טעג האָבן קאָנסערוואַטיווע היץ קעפּ- אַ שטייגער ווי דער ״רעפּאָרטער״ שאַן העניטי - אָנגעהויבן צירקולירן אַ קאָנספּיראַציע טעאָריע וואָס צירקולירט שוין אַ שטיק צייט צווישן קאָנספּיראַציע-ליבהאָבער, נעמליך אַז די קלינטאָנ׳ס האָבן אָפּגערוימט פון וועג אַ איינגעשטעלטער אין די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, און ער איז גאָר דער וועלכער האָט אַרויסגעגעבן די געהיימע אימעילס פאַר וויקיליעקס און עס האָט גאָרנישט מיט רוסלאַנד.

די קאָנספּיראַציע טעאָריע דינט עטליכע צוועקן. צו ערשט, טוט עס אָפּרייניגען די רוסישע פאַרבינדונג, וואָס איז א קאָפּ-וויי פאַר זייער באַליבטער טראָמפּ זייענדיג איינגעזונקען ביזן האַלז מיט קאָרופציע סקאַנדאַלן וואָס רוב זענען מיט אַ אוסישע שייכות. צווייטענס שטעלט עס אַהער קלינטאָן ווי א פּאָלנער מערדער, עפּעס וואָס איז סייווי אַ קאָנסערוואַטיווע איבערצייגונג, נאָך פון די 90'ערס.

בילד: פאַקס ניוז לויפט די נייעס אַז סעט ריטש איז געווען אין קאָנטאַקט מיט וויקיליעקס

דער אייגנעשטעלטער סעט ריטש איז אומגעקומען אין אַ רויבעריי אין 2016, און פאַקס ניוז האָט זיך אַנטשולדיגט נאָכדעם וואָס זיין פאַמיליע האָט אויסגעדריקט אויפברויז אַז די טראַגעדיע ווערט אויסגענוצט פאַר פּאָליטישע צוועקן.

בילד: שאַן העניטי מאַכט אָן בזיונות פאר פאַקס ניוז מיט אָנגיין מיט זיינע קאָנספּיראַציע טעאָריעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל