פּרעזידענט טראָמפּ איז נעכטן נאַכט אָנגעקומען קיין רוים, און היינט אינדערפרי איז ער אָנגעקומען צו די וואַטיקאן, אַלס טייל פון זיין מיסיע צו באַזוכן דורכאויס זיין ערשטע אויסלענדישע באַזוך די 3 וויכטיגע שטעט פאַר די וועלטליכע רעליגיעס, ירושלים, און להבדיל רוים און סאודי אַראַביע. דער פּרעזידענט האָט זיך דאָרט געטראָפן מיט׳ן פּויפּסט צום ערשטן מאָל. אין די פאַרגאנגנהייט האָט דער פּויפּסט עפנטליך קריטיקירט דאַנעלד טראָמפּ אַלס קאַנדידאַט איבער זיין שטעלונג קעגן אימיגראַנטן, און אויך אַלס פּרעזידענט. אַזוי אויך האָט טראָמפּ אים קריטיקירט. אָבער ביי די באַזוך האָבן עס ביידע געלייגט אין אַ זייט און די באַגעגעניש איז געווען זייער וואַרעם און דער פּרעזידענט האָט שפּעטער גאָר שטאַרק אויסגעלויבט דעם פּויפּסט.

די וואַטיקאן האָט אין אַ סטעימענט געזאָגט אַז דער פּויפּסט האָט געעפנט אַ דיאַלאָג מיט׳ן פּרעזידענט איבער ״הילף פאַר די אָרימע, העלט קעיר, און הילף פאַר אימיגראַנטן״. און אזוי אויך אַז די צוויי האָבן איבערגעשמועסט די לעצטע פרואוון פונעם פּרעזידענט צו באַנייען די שלום פּראָצעדור אין מיטל מזרח, און דער פּויפּסט האָט אויסגעדריקט שטאַרקע אינטערעסן.

דער יעצטיגער פּויפּסט האָט אָפּגענויגט פון די טראָדיציאַנאלע ראָלע פון פריערדיגע פּויפּסטן, און איז אַקטיוו אין וועלטליכע אַנלעגנהייטן, און לאָזט הערן זיין מיינונג איבער פאַרשידענע אַנלעגנהייטן, און ווערט געזען אַלס ליבעראַל ווען עס קומט צו פּאָליטישע טעמעס. דעריבער ווערט די באַזוך געזען אַלס סענסיטיוו, ספּעציעל נעמנדיג אין באַטראַכט אַז די צוויי האָבן שוין געהאַט עפנטליכע מיינונגס פאַרשידנהייטן אין די פאַרגאַנגנהייט.

פון דאָרט איז פּרעזידענט טראָמפּ געפלויגן קיין בריסל ווי ער האָט זיך געטראָפן מיט׳ן בעלגישן פּרעמיער מיניסטער, און איז ערוואַרטעט זיך צו טרעפן מיט אייראָפעישע פירער, און זיך באַטייליגן ביי אַ נאַטאָ סאָמיט ווי עס וועט דיסקוטירט ווערן סטראַטעגיעס צו באַקעמפן טעראָר און נאָך אַלוועלטליכע פּראָבלעמען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל