וואשינגטאן — נעכטן נאכמיטאג האט דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן, אז ראבערט מוללער, דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר אונטער פרעזידענט בוש און פרעזידענט אבאמא, איז אויפגענומען געווארן אלס "ספעציעלער פראקוראר" צו שטיין אין שפיץ פון דער אויספארשונג איבער רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, און צו דערגיין צי עס זענען געווען עפעס פארבינדונגען און צוזאמארבעט צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן.

די אנטוויקלונג איז שטארק באגריסט געווארן דורך רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, וועלכע האבן אלע אויסגעדרוקט צופרידנהייט פון נעמען מוללער, זייענדיג באקאנט אלס מעסיגער פיגור מיט א גרונטליכן פארשטאנד צו יוסטיץ אנגעלעגנהייטן.

די מעלדונג איז געמאכט געווארן דורכ'ן דעפיוטי אטוירני דזשענעראל, ראד ראזענסטין, און עס קומט נאכדעם וואס די דעמאקראטן אין וואשינגטאן לייגן שוין דרוק עטליכע וואכן און מאנאטן אז עס פעלט זיך אויס אז די אויספארשונג זאל ווערן געפירט דורך א ספעציעלן פראקוראר, וועלכער איז זעלבסטשטענדיג און נישט נאמינירט דורכ'ן פרעזידענט. דער רוף פאר א ספעציעלן פראקוראר איז שטערקער געווארן אין די לעצטע טעג, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעווארפן דעם עף-בי-איי דירעקטאר קאומי, און מ'האט פארלוירן קאנפידענץ אז די עף-בי-איי וועט ווייטער גרונטליך אנפירן די אויספארשונג אזוי ווי אונטער קאומי.

רעפובליקאנער זאגן אז דאס שטעלן מוללער אנצופירן די רוסלאנד אויספארשונג וועט בארואיגן און ברענגען צו אן ענדע די רעטאריק פון די דעמאקראטן, אז פרעזידענט טראמפ גייט לייגן דרוק אז די עף-בי-איי זאל וואס שנעלער ענדיגן די אויספארשונג, וויבאלד מוללער איז אומפארטייאיש און דיסציפלינירט. באזונדער איז ארויסגעברענגט געווארן דער פאקט אז מוללער איז באקאנט אלס נאענטער פריינט פון דזשעימס קאומי, וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן פון די עף-בי-איי, און מוללער און קאומי האבן געארבעט אינאיינעם אונטער דער בוש אדמיניסטראציע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל