ארום דעם "חודש הרפואה – חודש אייר" ווערט אין אמעריקע אפגעראכטן דעם 'מענטל-העלט-עווערנעס' חודש
זינט 1949 ווערט אפגעהאלטן אין אמעריקע א ספעציעלע “Mental health awareness month”, יעדעס יאר אום May למס', דורך די "מענטל-העלט-אמעריקע" ארגאניזאציע.
דער חודש פאר מענטל-העלט-אויפוואכונג רופט צו אמעריקאנער בירגער צוצולייגן מער מחשבה צו די מענטל-העלט-שוועריקייטן פון וואס מיליאנען אמעריקאנער ליידן,
דורכאויס דעם חודש ווערט דורכגעפירט ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן צו ברענגען אן אויפוואכונג צו מענטל-העלט, דורך די מידיע, לאקאלע אווענטס, סקרינינגס, א.א.וו.
יעדעס יאר געבט די ארגאניזאציע ארויס א ספעציעלן "טול-קיט" מיט פארשידענע ליין-מאטריאל, אנווייזונגען, א.ד.ג. צו פארשפרייטן ביים פובליק, וואס זאל ברענגען די געוואונטשענע אויפוואכונג צווישן דעם המון עם צו מענטל-העלט.
אלס אידישע קינדער זענען מיר מחיוב צו טון די מינימום, און צולייגן קאפ צו מענטל-העלט פראבלעמען אלס די חיוב פון "ונשמרתם מאד לנפשותיכם", סיי צו פארמיידן פראבלעמען נאך איידער עס אנטוויקלט זיך, און סיי צו נעמען די ריכטיגע הילף ווען עס פעלט אויס.


Post a Comment