וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א געזעץ צו פארלענגערן דאס וואס די עקאנאמישע סאנקציעס קעגן איראן זענען אראפגענומען געווארן פון זיי אלס רעזולטאט פונעם נוקלעארן אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן איראן און די מערב וועלט אונטער באראק אבאמא.

די פארלענגערונג צו פארלייכטערן די עקאנאמישע סאנקציעס קומט טראצדעם וואס טראמפ האט אין לויף פונעם קאמפיין געזאגט אז ער וועט גלייך ביים אריינקומען אין ווייסן הויז גענצליך אפשאפן דעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן. אבער אין דער זעלבער צייט וואס טראמפ האט געטאן די טובה פאר איראן, האט ער באשטעטיגט א פרישע סעריע עקאנאמישע שטראפן, דורכ'ן סטעיט דעפארטמענט און טרעזשורי דעפארטמענט, אויף עטליכע איראנער און כינעזער ביזנעסלייט, פאר'ן ארויסהעלפן אנטוויקלען איראן'ס נישט-נוקלעארן מיסיל פראגראם.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל