וואשינגטאן – די דיקטאטורישע סארט צוגאנג פון דער טערקישער רעגירונג האט זיך אריבערגעצויגן פאר עטליכע שעה קיין וואשינגטאן די-סי...

עס איז נעכטן ברייט באריכטעט געווארן איבער א ווילדן אינצידענט וואס האט פאסירט דינסטאג אינמיטן טאג, בשעת דער טערקישער פרעזידענט, ראַסיפּ טאיעפּ ערדאָוואַן, האט באזוכט פרעזידענט טראמפ אינעם אוועל אפיס, אז פארנט פון דער טערקישער אמבאסאדע, נישט צו ווייט פון ווייסן הויז, האבן זיך פארזאמלט גרופעס פרא-קורדישע פראטעסטירער אויסצודרוקן זייער פראטעסט קעגן ערדואן אין ליכט פון זיין באזוך. די וואשינגטאן די-סי פאליציי האבן פרובירט אנצוהאלטן רואיגקייט און ארדענונג ביים פראטעסט, אבער דאן זענען ארויסגעקומען פון די אמבאסאדע פארשוינען באוואפנט מיט נאגייקעס און האבן אנגעהויבן שלאגן מיט גרויס ברוטאליטעט די פארזאמלטע פרא-קורדישע פראטעסטירער, אויף אזוי ווייט אז מער ווי 10 האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, און די וואשינגטאן פאליציאנטן האבן גארנישט געקענט טאן, ווייל די פארשוינען האבן דיפלאמאטישע שוץ. עס איז שפעטער באשטעטיגט געווארן אז די פארשוינען זענען געווען טייל פון פרעזידענט ערדאָוואַן'ס פערזענליכע לייבוועכטער גרופע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל