איראק – קאמאנדירן פון דעם איראקער מיליטער האבן נעכטן געזאגט אז די אייסיס טעראר גרופע האט אנגעהויבן ארויסשטעלן מינעס און באמבעס לענגאויס אלע שאסייען און וועגן וועלכע פירן ארויס פון דער שטאט מאסול, וויבאלד זיי ווילן בלאקירן לאקאלע איינוואוינער פון אנטלויפן און ארויסגעבן סודות איבער אייסיס' אפעראציעס אין מאסול.

דאס קומט אין דער צייט וואס דאס איראקער מיליטער זאגט אז אייסיס' קאנטראל פון דער שטאט גייט אט פאלן, און אייסיס נוצט אויס די לעצטע מינעס אין אירע זאפאסן אומצוברענגען אומשולדיגע מענטשן פאר'ן חטא פון וועלן אנטלויפן און זיך ראטעווען דאס לעבן. אין דער זעלבער צייט האט מען אויך געהערט פון די "פרייע סיריע ארמיי", וועלכע איז די גרעסטע אנטי-אסאד רעבעלן גרופע וואס באקומט שטיצע און וואפנס פון אמעריקאנער מיליטער, אז זיי האבן שוין "אנגעהויבן איינציען דעם שטריק ארום דעם האלדז" פון אייסיס אין דער סירישער שטאט ראקא, וועלכע איז, פונקט ווי מאסול אין איראק, די הויפטשטאט פון אייסיס אין לאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל