לאס אנדזשעלעס – די קליינע אידישע קהילה אין אירווין, קאליפארניע האט באקומען נעכטן גוטע נייעס ווען דער פעדעראלער דיסטריקט ריכטער אנדרעי ביראו האט ארויסגעווארפן אן אנקלאגע וואס געוויסע צער-בעלי-חיים'ניקעס האבן געברענגט קעגן די אידן איבער'ן מנהג כפרות, וואס די קהילה האט דורכגעפירט אין די לעצטע פאר יאר אין די טעג פון עשרת ימי תשובה.

די אנקלאגע האט זיך גאר באצויגן אויף געוויסע האנדלס–געזעצן און געזאגט אז דאס לאזן די אידן מקיים זיין דעם מנהג כפרות, וואס די גרופע זאגט אז ס'איז ברוטאל פאר די טשיקנס, פארלעצט קאליפארניער האנדלס געזעצן. דער ריכטער האט אבער געזאגט קלאר אז דער מנהג כפרות איז א רעליגיעזע פירונג און נישט קיין ביזנעס, איז דעריבער די קלאגע בכלל נישט פעליג.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל