וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פון ווייסע הויז באאמטע אז דער געוועזענער אידישער סענאטאר, דזשאו ליבערמאן, איז אויף טראמפ'ס קורצע ליסטע פון קאנדידאטן צו באקומען די פאזיציע פון עף-בי-איי דירעקטאר, איבערצונעמען דזשעימס קאומי וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן דורכ'ן פרעזידענט מיט א וואך צוריק.

ליבערמאן איז געווען דער דעמאקראטישער וויצע פרעזידענט קאנדידאט אין יאר 00', לויפנדיג אינאיינעם מיט על גאור קעגן דזשארדזש בוש און טשעיני. ליבערמאן איז געווען לאנגע יארן רעגיסטרירט אלס דעמאקראט, אבער צוביסלעך האט ער זיך אלס מער אוועקגערוקט פון דער פארטיי און אין יאר 08' האט ער אינדארסירט דזשאן מעקעין קעגן באראק אבאמא, און ער איז היינט צוטאגס רעגיסטרירט אלס אינדעפענדענט.

עטליכע רעפובליקאנער און דעמאקראטן זענען נעכטן ארויסגעקומען און געזאגט אז ליבערמאן וואלט געווען א גוטער אויסוואל און ער וואלט באקומען די שטיצע פון אלע 100 סענאטארן צו ווערן נייער עף-בי-איי דירעקטאר, אויב טראמפ וועלט אים למעשה אויס.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל