מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, איז ארויסגעקומען נעכטן און פארטיידיגט פרעזידענט טראמפ קעגן דעם וואס די דעמאקראטן און די מידיא זענען פארנומען צו האמערן אז טראמפ האט ארויסגעגעבן האקעלע שפיאנאזש סודות פאר די צוויי הויכראנגיקע רוסישע באאמטע וועלכע האבן אים באזוכט אינעם אוועל אפיס מיט א וואך צוריק.

פוטין האט געזאגט אז אויב קאנגרעס וויל, קען די רוסישע רעגירונג צושטעלן א פונקטליכן טראנסקריפט פון אלעס וואס טראמפ האט דיסקוסירט מיט'ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק און רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו, און קאנגרעס וועט זיך דערמיט איבערצייגן אז טראמפ האט בכלל נישט ארויסגעגעבן קיין שום סודות פאר די רוסן. פוטין האט צוגעענדיגט מיט אן אטאקע אויפ'ן פאליטישן סטאטוס אין אמעריקע, זאגנדיג אז די סיטואציע אין אמעריקע באשטייט פון "פאליטישע סקיצאפרעניע" און "פאראנויע".




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל