ניו יארק – דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט נעכטן געליטן ערנסטע פארלוסטן, און די ווערד פונעם דאלער האט געטראסקעט איבער דער וועלט, וואס קומט אלס רעזולטאט פון אנטוישונג וואס אינוועסטירער האבן אין פרעזידענט טראמפ.

קוקנדיג אויף די מארקעטס ספעציפיש, איז דער "דאו דזשאונס" געפאלן מיט 372 פונקטן, און סיי דער דאו און סיי די "עס ענד פי 500" האבן געהאט זייער שווערסטן טאג זינט סעפטעמבער 9. זינט טראמפ האט געוואונען די וואלן, האבן אינוועסטירער זייער אפטימיסטיש און ענטוזיאסטיש אנגעהויבן האנדלען און דער סטאק מארקעט האט געהאט איין גוטן טאג נאכ'ן צווייטן.

אצינד, אלס רעזולטאט פון א סעריע סקאנדאלן, וואס פילע האבן שוין אנגעהויבן פארלאנגען אז מען זאל אימפיטשן פרעזידענט טראמפ, האבן אסאך אינוועסטירער אנגעהויבן צוריקצוציען און צוריק אריינקריכן אין די לעכער, אויפגעבנדיג זייערע ענטוזיאסטישע האנדלערייען, איינזעענדיג אז טראמפ וועט מעגליך אפילו נישט האבן קיין שאנס צו דעליווערן זיינע פארשפרעכונגען.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל