וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן פובליצירט אינטערעסאנטע ציפערן, וועלכע צייגן אז ארעסטן אויף פארשוינען וועלכע ווערן פארדעכטיגט אלס אומלעגאלע אימיגראנטן איז דראסטיש געשטיגן זינט דאנאלד טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט.

די ציפערן פון דער אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט אגענטור צייגן אז צווישן יאנואר 22 און די ענדע פונעם מאנאט אפריל – דאס הייסט בערך די ערשטע הונדערט טעג פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, זענען אזויפיל ווי 41,318 אומלעגאלע אימיגראנטן ארעסטירט געווארן, וואס איז א פערציג פראצענט שפרינג פון די 30,028 וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אין די זעלבע הונדערט טעג מיט א יאר צוריק.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט באשטעטיגט אן עקזעקוטיוו ארדער, וועלכע ברייטערט אויס די מאכטן פון די אימיגראציע אויטאריטעטן צו ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל