וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער סענאטאר טאם טיליס פון נארט קאראליינע איז נעכטן צוזאמגעפאלן אינמיטן אנטיילנעמען אין א גאלאפ פארמעסט אויף די גאסן פון וואשינגטאן די-סי, שאפנדיג א שרעק און זארג ביי זיינע קאלעגעס איבער זיין געזונט צושטאנד.

טיליס איז בלויז 56 יאר אלט און איז ערוועלט געווארן צום סענאט אין יאר 14', ווען ער האט באוויזן צו באזיגן די דעמאקראטישע סענאטארשע קעי העיגען אלס טייל פון דער באוועגונג פון דער רעפובליקאנער פארטיי איבערצונעמען קאנטראל אין וואשינגטאן. ער האט אנטיילגענומען ביים פארמעסט וועלכע קומט פאר יערליך און עס באטייליגן זיך פילע סענאטארן, קאנגרעסלייט און אנדערע רעגירונג פיגורן, און דאס געלט וואס מען טרייבט דארטן אויף, גייט פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס.

אין א מעסעדזש נעכטן נאכמיטאג האט ער בארואיגט די זארגן, זאגנדיג אז ער איז פשוט געווארן אויסגעטרוקנט פון לויפן צוויי און א האלב מייל אן קיין טרינקען א טראפ וואסער, און ער איז הונדערט פראצענט אין ארדענונג.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל