ניו יארק – אן אנקלאגע וואס די ניו יארק סטעיט אויטאריטעטן האבן געפירט קעגן אייגנטימער פון א "נאצי האוזינג קאמפלעקס" אין סופאלק קאונטי, איז נעכטן געקומען צו א שליכטונג.

די רעדע איז פונעם שטעטל יאפאנק, וועלכע האט אין לויף פון די 930'ער יארן געדינט אלס צענטער פאר פרא-נאצישע אקטיוויסטן וועלכע האבן זיך דארטן קאנצענטרירט און דארטן געוואוינט, און זיי פלעגן אויך אפט פון דארטן ארגאניזירן פארשידענע פרא-היטלעריסטישע מארשן און פראטעסטן לענגאויס אמעריקע, אריינגערעכנט דאס אנפירן די "אמעריקאנער נאצי פארטיי", וועלכע איז געווען א שטיק צייט א לעגיטימע פאליטישע פארטיי אין אמעריקע. די נאצי פארגאנגענהייט זעט זיך שוין נישט אן אין יאפאנק, אבער די אייגנטימער האבן ביז יעצט ווייטער געוואלט אנהאלטן די טראדיציע פון נאר פארקויפן דארטן אפארטמענטס פאר מענטשן פון דייטשישן אפשטאם, וואס האט געפירט צו דיסקרימינאציע אנקלאגעס דורך די ניו יארקער האוזינג אויטאריטעטן. למעשה האבן די אייגנטימער מסכים געווען אז זיי וועלן לאזן פארקויפן אפארטמענט פאר יעדן איינעם, און די אנקלאגעס זענען ארויסגענומען געווארן פון געריכט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל