ניו יארק – די "וואַו עיר" לופטליניע פון אייסלאנד האט געמאלדן, אז זי וועט אנהויבן צושטעלן רייזעס פון ניו יארק סיטי, קיין ארץ ישראל, פאר'ן פרייז פון בלויז 149 דאלאר. די פירמע איז באקאנט מיט אירע ביליגע עראפלאן רייזעס פון אמעריקע קיין אייראפע, פאר בלויז 99 דאלאר אדער צומאל אפילו 69 דאלאר. די פירמע זאגט אז אירע נייע רייזעס קיין ארץ ישראל וועלן זיך אנהויבן אין סעפטעמבער. עס וועט קאסטן 149 דאלאר פאר א וואן וועי טיקעט פון ניו יארק, באסטאן, שיקאגא, טאראנטא, און מאנטריאל, קיין ארץ ישראל.

אויך וועט מען קענען פליען פון לאס אנדזשעלעס און סאן פראנציסקא, פאר א פרייז פון 199 דאלאר איין וועג, און פאר בלויז 99 דאלאר פון אייסלאנד.

די נייעס איז ספעציעל פאזיטיוו פאר חרדי'שע רייזנדע, ווייל די דערמאנטע שטעט און לענדער זענען אפטע דעסטינאציעס פאר ארטאדאקסישע אידן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל