לאנדאן – א סעריע פרישע אנקעטעס צייגן אז די בריטישע קאנסערוואטיווע פארטיי האט אין די לעצטע טעג פארלוירן אסאך שטיצע ביים בריטישן פאלק, וואס די נייעס איז באזארגנד פאר פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי. זי האט מיט עטליכע וואכן צוריק פאררופן עמורדזשענסי נאציאנאלע פארלאמענט וואלן, זייענדיג קאנפידענט אז איר קאנסערוואטיווע פארטיי וועט נאר מער פארשטערקערן זייער ציפער פארלאמענט זיצן אין לאנד, וואס וועט איר געבן א שטערקערן מאנדאט אין די אנגייענדיגע געשפרעכן פאר'ן ברעקזיט מיט די אייראפעאישע יוניאן לענדער. די וואלן גייען פארקומען אום יוני 8, און די אנקעטעס צייגן א גאר קליינע שאנס אז די וואלן, וואס מעי האט פאררופן צו פארשטערקערן איר בענקל, קען איר גאר קאסטן דעם בענקל און די לעיבאר פארטיי וועט זיגן. עקספערטן זאגן אבער אז דאס וועט ווארשיינליך נישט פאסירן, און זיי מערקן אן אויפן פאקט אז טראץ וואס שטיצע פאר די קאנסערוואטיוון איז שוואכער ווי אפאר וואכן צוריק, האבן זיי נאך אלץ א פופצן פראצענט אויבערהאנט אין אלע אנקעטעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל