טערקיי – דער טערקישער פרעזידענט, ראַסיפּ טאיעפּ ערדאָוואַן, האט נעכטן נאך מער פארשטערקערט זיין מאכט אין לאנד, ווען ער איז אפיציעל ערוועלט געווארן אלס פירער פון דער "עי-קעי" פאליטישער פארטיי. ערדאָוואַן זעלבסט האט געגרינדעט די איסלאמיסטישע "עי-קעי" פארטיי נאך אין יאר 01', און האט א יאר דערויף באוויזן צו ברענגען די פארטיי אפצוהאלטן גרויסע נאציאנאלע געווינסן, אבער ער האט אויפגעגעבן זיין פארטיי פירערשאפט פאזיציע מיט 3 יאר צוריק, נאכ'ן ווערן ערוועלט אלס פרעזידענט אין טערקיי, וויבאלד דאס איז די טראדיציע אין לאנד, אז די פרעזידענטשאפט איז א העכערע פאזיציע ווי דער פירער פון א פארטיי, וויבאלד די פארטיי איז בלויז פאליטיק און פאליסי. למעשה האבן די פארטיי פירערשאפט אים יעצט ווידער גענומען אנצופירן די פארטיי, וואס באדייט אז ער וועט האבן נאך מער מאכט אין לאנד, וויבאלד ער וועט קאנטראלירן די לעגיסלאטיווע און פאליטישע אגענדע פון דער פארטיי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל