פּיאנגיענג – דער קאמוניסטישער רעזשים אין צפון קארעא האט נעכטן דורכגעפירט נאך א מיסיל פראבע, אפלאכנדיג פון דער איבריגער וועלט און פונעם יו-ען וועלכע וועט זיך מארגן צוזאמזעצן צו דיסקוסירן די אישו פון צפון קארעא'ס לעצטערע פראוואקאציעס. דער פרישער מיסיל ארויסשיס איז געווען אויף אן אלטן סארט באליסטישן מיסיל און עס איז געפלויגן פאר ארום 310 מייל אין דער לופטן, בעפאר'ן אראפקראכן אין וואסער. אין א סטעיטמענט האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האלט מיט די אנטוויקלונגען ארום צפון קארעא'ס פרישער מיסיל ארויסשיס, וואס איז געקומען בלויז איין וואך נאכדעם וואס דער ארטיגער רעזשים האט דורכגעפירט א פראבע אויף א גאר פארגעשריטענעם נייעם לאנג-שטרעקיגן באליסטישן מיסיל העכער'ן יאפאנעזער ים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל