בעיזשינג – א חרדישער משגיח פון כשרות האט דורכגעמאכט א שרעקעדיגן אינצידענט ביים ווערן ארעסטירט אין כינע, ווען די ארטיגע אויטאריטעטן האבן געגרייזט און געמיינט אז ער איז א ראדיקאלער מוסולמענער. דער יונגערמאן איז אנגעקומען צום שינזשיאנג פראווינץ אין כינע, אלס טייל פון זיין ארבעט צו באטראכטן א לאקאלן פאבריק פאר דער "עס קעי עס מהדרין" השגחה, אבער ביי א פאליציי טשעקפוינט האט מען אים געהייסן ארויסטרעטן פונעם קאר און אים באלד ארעסטירט. אין דער לאקאלער פאליציי סטאנציע האבן אים אויספארשער באשולדיגט אין זיין א ראדיקאלער מוסולמענער טעראריסט, צוליב'ן גיין מיט חסידישע לאנגע קליידונג און א בארד און פיאות. עס האט געדויערט עטליכע שעה פאר'ן יונגערמאן צו איבערצייגן די פאליציי אז ער איז נישט קיין מוסולמענער, נאר א פרומער איד, וואס דאס איז זיין לבוש, און ערשט דעמאלט האט מען אים ענדליך געלאזט גיין פריי.

האדמור משאץ אשדוד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל