מאסקווע – שוין צום צווייטן מאל אין בלויז עטליכע מאנאטן, האבן די רוסישע אויטאריטעטן פארארדענט אז אן ארטיגער אידישער עסקן מוז דעפארטירט ווערן. די קלאגעס קעגן דעם עסקן, ר' יוסף קערסאנסקי הי"ו, לויטן אז ער האט אוועקגעשטעלט אן אויסלענדישע ביזנעס אין רוסלאנד אן קיין רשות. אויפטרעטנדיג אין געריכט האט ר' יוסף געלייקנט די באשולדיגונגען קעגן אים, זאגנדיג אז ער האט בלויז געטאן פארשידענע זאכן צו העלפן די אידישע געמיינדע אין מאסקווע. ווי געשריבן איז דאס שוין די צווייטע מאל וואס די רוסישע רעגירונג ווארפט ארויס א אידישן עסקן, נאכדעם וואס עטליכע חדשים צוריק האבן די ארטיגע אויטאריטעטן פארארדנט דעם אידישן עסקן ר' ארי' אדעלקאפף צו ווערן פארטריבן פון רוסלאנד, ווייל ער איז א געפאר פאר דער ארטיגער נאציאנאלער זיכערהייט. ר' ברוך גאהרין, א אידישער עסקן אין מאסקווע, זאגט אז די דעפארטאציעס פון אידישע עסקנים איז בלויז א פארזוך פון דער רוסישע רעגירונג פטור צו ווערן פון אלע אויסלענדישע עסקנים און רבנים, און זיי ערזעצן מיט אזעלכע וואס זענען געבוירן און אויפגעוואקסן אין רוסלאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל