וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, האט זיך נעכטן אראפגעזעצט פאר א לענגערער אינטערוויו, און צווישן אנדערן האט ער אומדירעקט באשטעטיגט אז די געשיכטע וואס איז באריכטעט געווארן, אז טראמפ האט דיסקוסירט מיט די הויכראנגיקע רוסישע באאמטע אינעם אוועל אפיס דעם פאקט וואס ער האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון די עף-בי-איי, איז טאקע אקוראט. מעקמעסטער האט געזאגט אז עס האט זיך שטארק אויסגעפעלט פאר אמעריקע'ס אינטערעסן אז טראמפ זאל אויפברענגען די קאומי אישו פאר די רוסישע באאמטע, ווייל ער האט געשפירט אז ווילאנג די רוסלאנד אויספארשונגען גייען אן אגרעסיוו, וועט ער נישט קענען ארבעטן אינאיינעם מיט רוסלאנד אויף קריטישע אישוס, א שטייגער ווי באקעמפן אייסיס, האט ער דערציילט די רוסישע באאמטע אז ער איז פטור געווארן פון קאומי, מיט דער האפענונג אז די רוסן וועלן דורך דעם ענדערש קענען באשטיין מיטצוארבעטן מיט אים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל