וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשעיסאן שעיפעץ, אנפירער פונעם קאנגרעסיאנאלן איבערזיכט קאמיטע, האט געזאגט אז ער גייט זיך היינט טרעפן מיט דזשעימס קאומי, וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן פון די עף-בי-איי, וואס דאס וועט זיין אין צוגאב צו דעם וואס מ'דערווארט אז קאומי זאל אויפטרעטן אין א פאר וואכן ארום פאר'ן סענאט. שעיפעץ זאגט אז ער האט פארלאנגט פון קאומי'ן געוויסע דאקומענטן, ספעציפיש די פריוואטע מעמאס וואו קאומי האט זיך אראפגעשריבן דעטאלן פון זיינע זיצונגען מיט טראמפ, אבער ס'איז נישט קלאר צי שעיפעץ וועט דאס שוין היינט באקומען פון קאומי. שעיפעץ'ס זיצונג מיט קאומי וועט קומען געציילטע טעג נאכדעם וואס ער האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין קאנגרעס זיץ ענדע מאנאט יוני, וואס דעריבער זאגן פילע אז ער וועט שוין נישט מורא האבן פון פארלירן זיין זיץ ביי א ווידערוויילונג פארמעסט און וועט דעריבער טאקע אנפירן די אויספארשונג קעגן טראמפ מיט שטארקע אגרעסיע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל