נעפאל – דריי קריכער, צווישן זיי איין אמעריקאנער, זענען אומגעקומען אויפן העכסטן בארג אין דער וועלט, "מאונט עווערעסט", וואס האט געברענגט א זארג ביי בארג קריכער. דער פופציג יעריגער ראלענד יעירוואוד, א דאקטאר פון אלאבאמא, איז געקראכן אינאיינעם מיט א גרופע מענטשן, ווען זיי האבן געהאלטן ביי ארום 27,500 פוס הויעך, אויף א טייל פונעם בארג וואס איז באקאנט ביי קריכער אלס "די טויט זאנע", צוליב וואס די לופט איז ספעציעל גאר דין דארטן און דאס אטעמען איז עקסטרעם שווערליך, איז ער געפאלן. צופיל דעטאלן איבער יעירוואוד'ס טויט איז נישטא, און מ'האט אנגעוויזן די הויכע ווינטן וואס האבן דאן געבושעוועט אויפ'ן בארג. דער פירער פון די גרופע קריכער מיט וועלכע ער איז געקראכן, וואס איז באשטאנען פון זעכצן מענטשן, האט געזאגט אז ס'איז מעגליך אז יעירוואוד האט באשלאסן אראפצוקריכן פונעם בארג, נישט קענענדיג אטעמען, און ביים אראפקריכן צו שנעל, האט ער אראפגעטראסקעט צו זיין טויט. אויסער יעירוואוד זענען נאך צוויי בארג-קריכער געפאלן צום טויט דעם זונטאג און א פערטער פעלט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל