וואשינגטאן – פעדעראלע קאנטער-טעראריזם און אוויאציע באאמטע זאגן אז זיי פארשן אויס אן אינצידענט וואס האט פאסירט פרייטאג ביינאכט אויף אן "אמעריקען עירליינס" פליגער וועלכע איז געפארן פון לאס אנדזשעלעס קיין האנאלולו, האוואאי, צו דערגיין צי ס'איז געווען עפעס אן ערנסטער און עכטער טעראר געפאר. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער טערקישער בירגער אניל האסקוניל האט זיך גענומען ווילדעווען אויפ'ן פליגער, זיך ארומדרייענדיג מיט א דאכענע איבער'ן קאפ און לויפנדיג אין ריכטונג פונעם פילאטן קאבינע. די פילאטן האבן אלארמירט די אויטאריטעטן און דאס אמעריקאנער מיליטער האט ארויסגעשיקט צוויי עף-22 פליגער צו באגלייטן דעם פליגער ביז האוואאי, און ביים לאנדן האבן פעדעראלע אגענטן גענומען האסקוניל אונטער ארעסט. עס שטעלט זיך ארויס אז האסקוניל איז צייטווייליג געווען ארעסטירט דורך לופטפעלד באאמטע אין לאס אנדזשעלעס פאר'ן מאכן קולות פרייטאג אינדערפרי, אפאר שטונדן בעפאר'ן ארויספליען מיטן פליגער קיין האוואאי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל