וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט געמאלדן זייער באשלוס נישט ארויפצושטעלן די נעמען פון אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין א שיף זינקונג ביים וויעטנאמער קריג, אויף דער ספעציעלער געדענקמאל-וואנט פונעם "וויעטנאם קריג מעמאריעל" צענטער אין וואשינגטאן די-סי. די רעדע איז פון דער "יו-עס-עס פרענק עוואנס" שיף, וועלכע האט אנטיילגענומען ביי מיליטערישע טרענירונגען אינעם דרום כינע ים אין 969', נישט ווייט פון דער וויעטנאם קריג זאנע, ווען די שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט אן אויסטראליער מיליטערישע שיף און די אמעריקאנער שיף האט געזונקען צום אפגרונד פונעם וואסער, ברענגענדיג אז 74 אמעריקאנער זעלנער זאלן אומקומען. איבערלעבער פון דער שיף טראגעדיע לייגן שוין לאנגע יארן דרוק אז די נעמען פון די 74 זאלן ארויפגעשטעלט ווערן אויף דער וויעטנאם קריג געדענקמאל-וואנט, אבער אצינד האט דער פענטאגאן געמאלדן זייער ענדגילטיגן באשלוס נישט ארויפצושטעלן די נעמען אויף דער וואנט, וויבאלד די טראגעדיע האט פאקטיש נישט פאסירט אלס טייל פון די מלחמה קאמפן.

הוסף רשומת תגובה