ניו יארק סיטי – נעכטן האט מען געהערט שארפע קאמענטארן פון ניקאול מאליאטאקיס (Nicole Malliotakis), א ניו יארק סטעיט אסעמבליפרוי פון סטעטן איילענד און רעפובליקאנער מעיאר קאנדידאט אין יאר 18', קעגן מעיאר ביל דעבלאזיא, אין וועלכע מאליאטאקיס האט געזאגט אז דעבלאזיא שפענדעט שווערע מיליאנען פאר'ן ערציאונג סיסטעם אין דער סיטי, אבער די איינוואוינער און פאמיליעס זעען נישט די רעזולטאטן דערפון. מאליאטאקיס, וועלכע רעפרעזענטירט אויך טיילן פון ברוקלין, האט ספעציפיש אראפגעריסן דעבלאזיא'ס פלאן אפצושפארן רייקערס איילענד און עס ערזעצן מיט קלענערע טורמעס לענגאויס אלע 5 באראס, זאגנדיג אז דער פלאן גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן, ווייל ניו יארקער איינוואוינער ווילן דאס נישט. מאליאטאקיס האט פארשפראכן אז זי וועט קעמפן מיט ציין און נעגל אנידערצוזעצן דעבלאזיא פונעם מעיאר אמט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל