אלבאני – א ווארטזאגער פאר ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא האט אראפגעריסן די סיטי באאמטע און ניו יארק סיטי מידיא וועלכע האבן אטאקירט און קריטיקירט קאומא פאר'ן אנקומען שנעל און געאיילט צו דער סצענע פונעם קאר קראך דאנערשטאג נאכמיטאג אין מאנהעטן'ס טיימס סקווער געגנט. ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע און געהילפן פון מעיאר דעבלאזיא האבן קריטיקירט דאס וואס קאומא האט זיך געיאגט אנצוקומען צו דער סצענע, אנקומענדיג אהין ממש געציילטע מינוט נאכדעם וואס ס'האט פאסירט, נאך איידער דעבלאזיא און הויכראנגיקע פאליציי פירער און קאמאנדירן זענען אנגעקומען אהין. די סיטי מידיא אגענטורן האבן עס פרובירט אויפצובלאזן, אז דאס איז געווען א שריט פון קאומא'ן צו טשעפען דעבלאזיא און צייגן אז ער איז העכער פון אים, אין זייער אנגייענדיגן קאמף. ריטש אזאפארדי, קאומא'ס ווארטזאגער, האט געזאגט אז די סיטי באאמטע מעגן זיך שעמען פאר'ן פאליטיזירן א טראגעדיע, און האט אנגעצייגט אז קאומא איז נאר אנגעקומען אהין שנעל, ווייל ער איז פונקט געווען אין דער געגנט פאר א פארזאמלונג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל