ריאד – שטייענדיג נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט באזוכט אין סאודי אראביע און געמאלדן א מאסיוון מיליטערישן אפמאך מיט זיי און באזונדער האנדלס אפמאכן צווישן אמעריקאנער ביזנעסער און סאודיער ביזנעסער, האט מען נעכטן געהערט מער דעטאלן פון די פארשידענע אפמאכן. ערשטנס האט די אמעריקאנער "בלעקסטאון" פינאנציעלע פירמע געמאלדן א דיעל פון פערציג ביליאן דאלער וואס זי וועט אינוועסטירן אינאיינעם מיט דער "פּיף" סאודיער פינאנציעלע פירמע אין אינפראסטרוקטור פראיעקטן אין ביידע לענדער; צווייטנס האט די אמעריקאנער אוויאציע פירמע "באואינג" געמאלדן אז זי האט אנגעהויבן געשפרעכן צו פארקויפן זעכצן גרויסע קאמערציאלע פליגערס פאר סאודי אראביע, אויסער פילע מיליטערישע פליגערס און העליקאפטערס, און דריטנס האט די "דזשי-אי" פירמע געשלאסן אן אפמאך אין ווערד פון פופצן ביליאן דאלער מיט דער סאודיער רעגירונג, צוצושטעלן זיבן ביליאן דאלער אין פראדוקטן פון דער אמעריקאנער פירמע, און די איבריגע 8 ביליאן וועט זיין אין געמיינזאמע פראיעקטן פון טעכנאלאגיע און אנטוויקלונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל