אין ווענעזועלע הערשט אַ שרעקליכע הונגער און נויט אַלס רעזולטאַט פון די אומראַציאַנאַלע סאָציאַליסטישע פּאַליסיס פונעם פּרעזידענט ניקאָלעס מאָדורע, און אַזוי אויך אַלס רעזולטאַט פון קאָרופציע. די געשעפטן זענען ליידיג און פולע פאַמיליעס הונגערן פאַר ברויט. דאָס ברענגט מיט זיך שטאַרקע פּאָליטישע אומרוען אינאיינעם מיט אַ דראַמאַטישע אויפשטייג אין ווילדע פאַרברעכן, און צוזאמענשטויסן מיט די פּאָליציי. אַ באַריכט וואָס איז אַרויסגעקומען יעצט ווען די פּראָטעסטן צייכענען אפ 50 טאָג, צייגט אַז זינט די אָנהויב פון די פּראָטעטסן, האָבן שוין די פּאָליציי אומגעברענגט 47 פּראָטעסטירער און אַרום 950 זענען פאַרוואונדעט געוואָרן.

דער פּרעזידענט ניקאָלעס מאָדורע אַנטזאָגט זיך צו נאָכגעבן די פאַרלאנגט פון די פּראָטעסטירער פאַר פרישע וואַלן, און האָט מיט אַ פרעכהייט זיך דערקלערט אַלס דער קרבן און פאַרגליכן זיינע ״צרות״ צו די ליידן פון די אידן ביים האָלאָקאָוסט, זאָגנדיגע אַז ער ליידט פּונקט ווי זיי, און זיי זענען געגאַנגען געלע שטערנס און זיין האַרץ בלוטיגט פון וואָס ער ליידט פון די פּראָטעסטירער, וועמען ער באַצייכנט אַלס וואַגאַבונדען און אַנאַרכיסטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל