די בודזשעט פון די טראָמפּ אַדמינסטראַציע איז ערוואַרטעט צו ווערן פאַרעפנטליכט מאָרגן דינסטאָג, און - לויט אַ באַריכט אין וואַשינגטאן פּאָוסט - וועט עס אַנטהאַלטן טיפע שניטן אין די מעדיקעיד פּראָגראַם פאַר די גאָר שוואַכע פאַרדינער. לויט די פּלאַן, זוכט די אַדמינסטראַציע צו שניידן אַזויפיל ווי 800 ביליאָן דאָלער פון דעם פּראָגראַם אין לויף פון די קומענדיגע 10 יאָר. אויך טוט די בודזשעט אַנטהאַלטן אַ מאַסיווע טויש אין די סיסטעם וויאַזוי די פוד-סטעמפּס (סנעפּ) ווערט פאַרטיילט. עס וועט געבן מער אויטאָריטעט פאַר די סטעיטס איבער פאַרטיילן פוד סטעמפּס, און אזוי אויך וועט די פּראָגראַם אין אַלגעמיין אַדורכגיין טיפע שניטן.

די דעמאָקראַטן האָבן שוין געלאָזט הערן אַז זיי וועלן קעמפּן קעגן דעם בודזשעט וואָס לויט ווי סענאַטאָר שומער באַצייכנט עס ״טוט עס אַפעקטירן די שוואַכסטע אין אונזער געמיינדע״, און טוט אַרויסציען דעם טעפיך פון אונטער די פוס פון די אָרימעלייט. פולע דעמאָקראַטן זאָגן אַז די בודזשעט וועט נישט אַדורכגיין אויך צוליב די שטאַרקע קעגנערשאַפט וואָס עס איז פאַרהאַן דערויף צווישן רעפּובליקאַנער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל