דער ראָמענישער פּאַרליאַמענט אין בוקאַרעסט האָט באַשטעטיגט אַ געזעץ וועלכע וועט העכערן די סומע געלט וואָס די רעגירונג גיבט פאַר מלחמה-איבערלעבער יעדן מאָנאַט. לויט די פרישער געזעץ, וועט יעדער איד וועלכער האָט געליטן צווישן די יאָרן 1940 און 1945, זיין באַרעכטיגט צו אַ מאָנאַטליכע אָפּצאָל פון $98 דאָלער פאַר יעדע יאָר וואָס מען איז געווען אין אַ לאַגער אָדער טורמע. די רעכט איז אויך פאַר אידן וועלכע זענען שוין נישט קיין ראָמענישע בירגער.

פאַר׳ן קריג איז אין די גרעניצן פון ראָמעניע געווען אַ אידישע באַפעלקערונג פון 700,000 אידן, און עס ווערט געשאַצט אַז צווישן דריי אָדער פיר הונדערט טויזנט ראָמענישע אידן זענען אומגעקומען אין לויף פונעם קריג, הי"ד. אין די רעזאָלוציע שרייבן די געזעצגעבער אַז ״די געלט קען אויף קיין שום פאַל נישט פאַרמינערן אָדער פאַרגוטיגען אויף די ליידן און אכזריות, עס איז נאָר אַ פּרואוו צו עטוואָס לייכטער מאַכן די פינאַנאַציאַלע צושטאנד פון די אידן וועלכע האָבן אַזויפיל געליטן אין זייער לעבן״.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל