די צענטראַלע ביוראָ פון סטאַטיסטיקס אין מדינת ישראל וואָס פאַרפיגט אויף די צענזוס אין מדינת ישראל האָט פאַרעפנטליכט פרישע ציפערן איבער די אומגלויבליכע וואוקס פונעם חרד׳ישן ציבור. לויט איר פרישע שאצונג, וועט די חרד׳ישע ציבור אין מדינת ישראל גאָר שטאַרק וואַקסן אין די קומענדיגע יאָרן און ביז יאָר 2065 וועלן זיי זיין א דריטל פון אַלע איינוואוינער אין מדינת ישראל.

לויט די שאַצונג וועט אין 2024 די באַפעלקערונג אין מדינת ישראל אָנקומען צו 10 מיליאָן נפשות, און אין יאָר 2047 וועט די באַפלעקערונג דערגרייכן צו 15 מיליאָן, און אין יאָר 2065 וועלן אין מדינת ישראל וואוינען 20 מיליאָן איינוואוינער, און אַרום 16 מיליאָן דערפון וועלן זיין אידן. די אידישע באַפעלקערונג איז ערוואַרטעט צו בלייבן אַרום 79% פון די איינוואוינער אין לאַנד, קעגן 20% אראבער.

לויט די שאַצונג וועלן די חרדים אין 2024 אויסמאַכן אַרום 20% פון די אַלגעמיינע באַפעלקערונג אין די מדינה, און אַרום 40% אין 2065, אַ זאַך וואָס איז באַזירט אויף די שאַצונג אַז יעצט מאַכן די חרדים אויס אַרום 11% פון די איינוואוינער אין לאַנד, און נאָך אַ העכערע פּראָצענט צווישן די יונגטליכע.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל