וואשינגטאן – אינעם הויכפונקט פון זיין באזוך אין סאודי אראביע, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן געגעבן א לענגערע רעדע איבער איסלאמישן טעראר, אפעלירנדיג צו פירער פון מוסולמענער לענדער אונטערצונעמען א קאמף קעגן טעראריזם. טראמפ האט געזאגט אז עס ליגט א פליכט אויף יעדעס אראביש לאנד צו נעמען אחריות אינעם קאמף קעגן טעראר און טון וואס נאר מ'קען, אפצושטעלן ראדיקאלן איסלאם און מאכן זיכער צו ארבעטן מיט דער מערב וועלט אפצושטעלן אייסיס, כיזבאלא און אנדערע טעראר גרופעס. ביי דער רעדע האט טראמפ שארף אראפגעריסן איראן, זאגנדיג אז איראן שטיצט טעראר און פארשפרייט כאאס און טעראריזם אינעם גאנצן מיטל מזרח ראיאן, מוזן זיך דעריבער די מוסולמענער לענדער פאראייניגן קעגן איראן.

טראמפ'ס רעדע איז געווען גאר אנדערש אינעם טאן ווי זיינע רעדעס אין לויף פונעם קאמפיין, ווען ער פלעגט נאכאנאנד אראפרייסן די גאנצע איסלאמישע רעליגיע אלס א רעליגיע פון טויט און טעראר. ביי זיין רעדע אין סאודי אראביע האט ער געזאגט, "אמעריקע זוכט נישט אנצולייגן אונזער לעבנסשטייגער אויף אנדערע, נאר מיר שטרעקן אויס א האנט פאר מיטארבעט, צוטרוי און קאאפעראציע" - "דער וועג צו פרידן און רואיגקייט הייבט זיך אן דא אין די אראבישע לענדער" – האט טראמפ געזאגט, צולייגנדיג אז אנשטאט וואס די אראבישע לענדער זאלן זיין פארמישט אין קאנפליקטן, און מענטשן זאלן זוכן צו אנטלויפן, דארפן די לענדער ארויסטרייבן טעראר און זיין רואיגע ערטער פאר אירע בירגער.

טראמפ'ס רעדע איז געקומען אלס טייל פון א ספעציעלן "אמעריקאנער איסלאמישער סאמיט" וואס די סאודיער מלוכה האט אפגעהאלטן, וואו טראמפ האט זיך געטראפן מיט נאענט צו פופציג פירער פון אראבישע לענדער אינעם ראיאן, און באלד נאכ'ן סאמיטהאט זיך דער פרעזידענט געגרייט ארויסצופליען פון סאודי אראביע, אויפ'ן וועג קיין מדינת ישראל, וואו ער וועט היינט לאנדן, פאר א צוזאמטרעף מיט ביבי נתניהו און דערנאך דעם פאלעסטינער פירער מוכאמעד אבאס. מען דערווארט אבער נישט קיין שום ערנסטע מעלדונג פון א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל