וואשינגטאן – די אמעריקאנער "יונייטעד" לופטליניע האט געזאגט אז אינפארמאציע איבער אירע זיכערהייט מאסנאמען אויף אירע פליגערס זענען בטעות געמאכט געווארן פובליק.

ווארטזאגער מעדי קינג האט געזאגט אז די אינפארמאציע האט צעטאן מיט'ן פילאטן קאבינע און די ספעציעלע זיכערהייט מאסנאמען וואס זענען איינגעשטעלט צו פארזיכערן אז קיינער קען זיך נישט אריינכאפן אינעם קאבינע און היידזשעקן א פליגער, און ספעציפיש איז ארויסגערינען די מעטאדן וויאזוי מען קען יא גרינג עפענען דעם פילאטן קאבינע אפילו מיט די נייע זיכערהייט מאסנאמען, וואס זענען איינגעשטעלט געווארן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

"יונייטעד" זאגט אז די אינפארמאציע איז נישט ארויסגערינען דורך א העקער, נאר די פירמע האט דאס בטעות ארויסגעשטעלט אין פובליק, אבער זי פארזיכערט אז די לעבנס פון פאסאזשירן זענען נישט אין געפאר און זי האט נאכמער פארשטארקערט די פילאטן קאבינע זיכערהייט מאסנאמען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל