מאסעטשוסעטס – א פינפטער איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן וואס ער האט געליטן ביים שרעקליכן קראך וואס האט פאסירט מיט צוויי וואכן צוריק ביי אן אויטא פארשטעלונג אין מאסעטשוסעטס.

דער אינצידענט האט פאסירט ביים "ליינוועי אויטא אוקשען" אין בילעריקא, מאסעטשוסעטס, נישט ווייט פונעם הויפטשטאט באסטאן, ווען א קאר וואס אן אוקשען איינגעשטעלטער האט געדרייווט, האט זיך פלוצלינג גענומען פליען מיט א ווילדקייט און האט אריינגעקראכט אין עטליכע פארזאמלטע. 3 זענען אומגעקומען אויפן ארט און צען אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. א פערטער איז אומגעקומען פאריגע וואך אין שפיטאל, און א פינפטער איז נעכטן געשטארבן אין שפיטאל.

די ערשטע אויספארשונג צייגט אז ס'איז געווען אן עקסידענט, אבער מען הערט פארלאנגען אז די פעדעראלע נאציאנאלע טראנספארטאציע סעיפטי באורד זאל אריינקומען אינעם אויספארשונג.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל