ניו יארק – סטאטיסטיקס צייגן אז ניו יארק סטעיט פאליציי אפיצירן האבן פארטיילט אזויפיל ווי 14,542 טראפיק טיקעטס אין ניו יארק סיטי בלויז אין די ערשטע 4 מאנאטן פון היי יאר, וואס איז אן אסטראנאמישע העכערונג פון 759 פראצענט מער ווי אלע טיקעטס וואס סטעיט פאליציי אפיצירן האבן פארטיילט אין ניו יארק סיטי דורכאויס גאנץ יאר 16', ווען זיי האבן אויסגעשריבן בלויז 1,692 טראפיק טיקעטס אין די סיטי.

קוקנדיג נאך פריער זעהט מען אז די סטעיט פאליציי אפיצירן האבן אין יאר 15' פארטיילט בלויז 4 טראפיק טיקעטס אין די סיטי, און אין יאר 14' האבן זיי פארטיילט זערא. די דראמאטישע העכערונג אין די צאל טיקעטס וואס סטעיט פאליציי אפיצירן פארטיילן אין די סיטי איז א דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא האט ענדע יאר 16' פארארדענט אז 150 סטעיט פאליציי אפיצירן זאלן פאטראלירן די שאסייען, בריקן און טונעלן אין ניו יארק סיטי – אין א פאליטישע פאטש פאר סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל