מאנהעטן – דער ניו יארק סיטי טורמע קאמישאנער דזשאוסעף פּאנטעי האט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט, נאכדעם וואס ער איז פארוויקלט געווארן אין א סעריע סקאנדאלן און פילע פאליטישאנס האבן פארלאנגט זיין רעזיגנאציע.

פאנטעי האט אנגעפירט דער טורמע סיסטעם אין די סטעיט מעין, בעפאר ער איז אויפגענומען געווארן דורך די ניו יארק סיטי רעגירונג אין יאר 14', מיט'ן ציהל צו רעפארמירן די קארופטירטע און פארנאכלעסיגטע סיסטעמען אינערהאלב "רייקערס איילענד", אבער אין די לעצטערע וואכן איז ער פארכאפט געווארן אין עטליכע סקאנדאלן, אריינגערעכנט אז ער האט גענוצט א סיטי רעגירונג אויטא פאר פריוואטע וואקאציע רייזעס, און אז זיינע נאנטע געהילפן האבן אומלעגאל שפיאנירט אויף ניו יארק סיטי אויספארשער וועלכע האבן אויסגעפארשט טורמע מענעדזשערס און טורמע וועכטער אין עטליכע סיטי טורמעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל