ניו יארק – דער אמעריקאנער ביזנעס וועלט האט רעאגירט גאר פאזיטיוו צו די נייעס אז די אמעריקאנער רעגירונג האט געשלאסן א פרישן האנדלס אפמאך מיט כינע.

די נייעס איז געמאלדן געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט געזאגט אז דער פעדעראלער קאמערץ סעקרעטאר ווילבאור ראסס איז געזיצן מיט כינעזער קאמערץ באאמטע און אויסגעארבעט אן אפמאך וואס וועט ערלויבן אמעריקאנער בהמה פלייש פראדוצירער צו עקספארטירן פלייש אין ווערד פון מיליאנען דאלארן יערליך קיין כינע, און אין אויסטויש וועלן כינעזער עופות פלייש פראדוצירער קענען אריינליפערן יערליך פלייש אין ווערד פון מיליאנען דאלארן קיין אמעריקע. לויט ווי מען האט געהערט פון טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע, איז דער אפמאך געקומען אלס דירעקטע רעזולטאט פון די ווארימע אויפנאמע וואס פרעזידענט טראמפ האט געגעבן מיט א חודש צוריק פאר'ן כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג אין זיין פריוואטן מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל