ווירדזשיניע – נעכטן האט די אמעריקאנער מידיא פובליצירט בילדער וואס האבן אנגעברענגט א שרעק, וויאזוי א גרופע פון צענדליגער ווייסע נאציאנאליסטן און ראסיסטן האבן זיך פארזאמלט אין א פעלד אין ווירדזשיניע, צו פראטעסטירן קעגן דעם וואס די לאקאלע אויטאריטעטן ווילן אראפנעמען א סטאטוע פון ראבערט לי, א געוועזענער קאנפעדערעיט ארמיי גענעראל וועלכער איז געווען א פרא-קנעכטשאפט פיגור.

די פארזאמלונג פון די ווייסע נאציאנאליסטן האט געטראגן מיט זיך א טאן פון אן אמאליגן ראלי פון די "קו קלוקס קלען", און די פארזאמלטע האבן אנגעצינדן פאקלען אויפן שטייגער פון די "קו קלוקס קלען", און געשריגן ווילד לאזונגען "אלע ווייסע לעבנס זענען ווערד!", "רוסלאנד איז אונזער פריינט" און ענליכעס. עס איז געווען מיט די אנפירערשאפט פון ריטשארד ספענסער, דער פירער פון די פרא-נעא-נאצי "אלט רייט" באוועגונג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל