וואשינגטאן – מען האט שוין געהערט אין די לעצטע 4 מאנאטן אומצאליגע באריכטן און שפעקולאציעס אז טראמפ גייט פטור ווערן פון עטליכע הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע, און נעכטן האט מען געהערט א פרישן באריכט פון די "עקסיאס" נייעס אגענטור וועלכע האט נאכגעברענגט פון קוועלער גאר נאנט צו טראמפ, אז ער איז פרוסטורירט און אויפגעברויזט אויף יעדן איינעם ארום אים צוליב'ן שטורעם וואס זיין אויפזאגונג פון דזשעימס קאומי האט געשאפן, און אלס רעזולטאט וויל ער ארויסווארפן פרעסע סעקרעטאר שאן ספייסער, הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן און ווייסער הויז שטאב הויפט רעינס פּריבוס. ווייסע הויז אַדוואָקאַט דאָן מקגאַהן ווערט אויך באטראכט אלס אומפארזיכערט מיט זיין פּאָסטן.

די קוועלער נאנט צו טראמפ האבן נאכגעזאגט פון א הויכראנגיקן באאמטן וועלכער קלערט אז ער גייט אויך פליען פון די אדמיניסטראציע, די פאלגענדע ווערטער "איך פארשטיי און איך בין גרייט ארויסצוגיין פון ווייסן הויז. טראמפ גייט קיינמאל נישט מודה זיין אז ער איז שולדיג אויף עפעס".

רעינס פּריבוס, דאָן מקגאַהן, סטיוו בענאן
פון רעכטס צו לינקס: רעינס פּריבוס, דאָן מקגאַהן, סטיוו בענאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל