וואשינגטאן – דער פירער פון די דעמאקראטן אינעם סענאט, סענאטאר טשאק שומער, האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט אז די דעמאקראטישע פירערשאפט אין וואשינגטאן באטראכט ערנסט די מעגליכקייט אז מען וועט צוריקהאלטן די שטימען און פרובירן צו בלאקירן סיי וועמען פרעזידענט טראמפ וועט נאמינירן צו דינען אלס נייער עף-בי-איי דירעקטאר, איבערצונעמען דעם ארויסגעווארפענעם דזשעימס קאומי, און שומער זאגט אז די דעמאקראטן וועלן מעגליך יא שטיצן טראמפ'ס נאמינירטן, אויב וועט די יוסטיץ דעפארטמענט מסכים זיין צו שטעלן א ספעציעלן פראקוראר אויסצופארשן די טראמפ-רוסלאנד אישו.

אן אנקעטע פון "וואל סטריט דזשורנאל" האט טאקע נעכטן געצייגט אז 78 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז מען דארף שטעלן אזא סארט פראקוראר וואס זאל עס אויספארשן, אנשטאט די אנגייענדע סענאט\קאנגרעס\עף-בי-איי אויספארשונגען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל