וואשינגטאן – דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו איז שארף אראפגעריסן געווארן איבער קאמענטארן ארום דעם האלאקאוסט וואס זיין ווארטזאגער האט געלאזט פאלן. דאס האט פאסירט נאכדעם וואס לעווראוו האט באזוכט אין ווייסן הויז און נאכ'ן באזוך האבן עטלעכע אמעריקאנער מידיא אגענטורן פארעפנטליכט ארטיקלען אז עס איז דא אן ערנסטע סעקיוריטי זארג אז די רוסישע זשורנאליסטן וועלכע זענען אריינגעלאזט געווארן אינעם אוועל אפיס, האבן מעגליך איינגעפלאנצט אונטערהער אפאראטן דארטן.

לעווראוו'ס ווארטזאגער האט געזאגט אז די קריטיק אין די אמעריקאנער מידיא קעגן די רוסישע זשורנאליסטן, איז זייער נישט יושר'דיג און עס האט געמאכט די רוסישע זשורנאליסטן שפירן ווי די אידן האבן געשפירט אומבאקוועם אין דייטשלאנד אין יאר 933'. אידישע ארגאניזאציעס האבן געזאגט אז דאס צייגט א שטארקע אומסענסיטיוויטעט, צו פארגלייכן פייניגונגען און מארדן צו קריטיק אין דער מידיא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל