מיאמי – מען האט נעכטן געהערט העצע פון געוויסע ליבעראלע גרופעס קעגן דעם וואס פלארידע געזעצגעבער האבן פאריגע וואך באשטעטיגט א סטעיט בודזשעט וועלכע פארמאגט אין זיך מער ווי א האלב מיליאן דאלער צו פארשטארקערן סעקיוריטי מאסנאמען ביי אידישע מוסדות אין די סטעיט, וואס עס איז דאס ערשטע מאל וואס די פלארידע סטעיט לעגיסלאטור האט אהערגעשטעלט רעגירונג געלטער פאר סעקיוריטי פאר אידישע סקולס, און דאס קומט נאך לאנגע חדשים פון העפטיגע שתדלנות פון פילע אידישע ארגאניזאציעס.

די ליבעראלע "אמעריקען סיוויל ליבערטיס יוניאן" האט אנגעהויבן פארפירן און סטראשען אז זיי וועלן גיין אין געריכט צו בלאקירן די געלטער, זאגנדיג אז דער בודזשעט זאגט קלאר אז די האלב מיליאן דאלער גייט געגעבן ווערן פאר אידישע סקולס און מוסדות, וואס דעריבער איז עס א פארלעצונג קעגן די קאנסטיטוציע, וואס זאגט קלאר אז די רעגירונג טאר נישט שטיצן קיין רעליגיע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל